פייערפאקס? לאמיר אריינגיין אינעם גינעס וועלט רעקארד בוך!

29 05 2008

דורך:מארק123

אויב ביסטו א פייערפאקס באניצער וועסטו מן הסתם וועלן צוהעלפן צום אויסנאמליכן פראיעקט, נעמליך אריינצוברענגען דעם פייערפאקס קאמיונעטי אינעם גינעס וועלט רעקארד בוך, אלץ דער מערסטער דאונלאודס אויף א פראגרעם אין 24 שעה.

דער טאג ווען פייערפאקס 3 וועט באפרייט ווערן, וועלן טויזענטער, און אפשר מיליאנען מענטשן דאונלאודן דעם נייעם ווערסיע, און דערמיט ברעכן א רעקארד, און האפענטליך זיך רעזערווירן א גינסטיגע פאזיציע אינעם גינעס בוך, דער קרעדיט וועט גיין פאר די "פייערפאקס קאמיונעטי".

"העלפט אונז ארויס אויספירן דעם געמיינזאמע פראיעקט"





גוגל ערטה אריין צום בראוזער

29 05 2008

דורך:מארק123

גוגל האט ארויסגעגעבן א פלאגין וואס וועט ערלויבן צו אינסטאלירן דעם פראגרעם גלייך אינעם סאפטוועיר, און מען וועט עס מער נישט דארפן אלץ א באזונדערע אפליקאציע. – דערווייל בלויז פאר ווינדאוס.

לינק





פייערפאקס טיפ: נישט נאר com. נאר אויך אנדערע

26 05 2008

דורך:מארק123

ווען דו לייגסט אריין א ווארט אין די פייערפאקס אדרעס באר, און דערנאך דרוקסטו Ctr + Enter, (אדער קאממענד שיפט אויף א מעק) וועט דער פייערפאקסט בראוזער אליינס וויסן צוצולייגן די איבעריגע כזיתים, די גאנצע פשעטל פון די דאבעליו דאבעליו דאבעליו – עיטש טי טי פי, און נאך די ווארט א דאט קאם. אדער פאר .ORG קען מען דרוקן Ctr+Shift+Enter.

דאס איז א דבר פשוט, וואס איך גלייב נישט אז איינער האט נישט געוואוסט… עס איז איינע פון מיינע פעוואריט פונקציעס.

לקרוא את המשך הרשומה «





מאזילע פייערפאקס, א סטעפ ווייטער

22 05 2008

דורך: MetroTec

דער Release Candidate ווערסיע פון פייערפאקס 3 איז אינדרויסן. דער פרישע ווערסיע איז פיל מער צוגעפאסט צו די פארשידענע אפערעיטינג סיסטעמ'ס, און פארמאגט פילע חידושים, ווי א סאפיסטיקירטע בוקמארק'ס ארגאניזירער, גוטע סעקיורעטי, א נייע דאונלאוד סיסטעם, און נאך.

לינק

און וואס טוט זיך מיט די אלטע Add-on's וואס דו האסט אינסטאלירט אינעם אלטן פייערפאקס?

ליינט מיט אינטערעסע א טיפ וועלכע וועט איבערקלוגן דעם (פייער)פוקס. ווען דו באשלוסט עס נאכצוטאנצן, גיי זייער פארזיכטיג, ווייל א שלעכטע דריי קען גורם זיין א קרעש אינעם פראגרעם.