ברעיקינג: מייקראסאפט ברעכט זיך!

6 06 2008

יא, צו דו גלייבסט יא צו נישט, מייקראסאפט האט דערשפירט דעם היץ…

ווייסט וואס איינער האט געזאגט, ווער איז דער גרעסטער קאמפעטישן פאר ווינדאוס וויסטע? אפשר מעק? נע! מעק איז זייער קלענסטער קאמפעטישן. נו, ווער יא? נישט קיין צווייטער ווי ווינדאוס XP… ווינדאוס עקס פי איז דער גרעסטער קאמפעטישן פאר ווינדאוס וויסטע.

לויט די קאמפיוטער וועלט האט זיך מייקראסאפט געבראכן, און ערלויבט צו פארקויפן קאמפיוטערס מיט די XP אפערעיטינג סיסטעם ביז… יוני 2010. עיקבתא דמשיחא. אויסטערליש.


פעולות

Information

תגובה אחת

9 07 2008
משתמש אנונימי (לא מזוהה)

עס איז נאר פאר די גאר ביליגע לעפטאפס וואס וועלן נישט אזוי שנעל ארויסקומען וועגן א מחלוקה צווישן אפאר שותפים, און עס וועט ממילא ווערן פארקויפט נאר אין אויסלאנד פאר ארימע קינדער

כתיבת תגובה