א סטעפ ווייטער ווי א קניפ אין די פיאות

26 05 2008

דורך:מארק123

ש'מער ש'ווייניגער, פון היינט און ווייטער א "טו דו ליסטע" אויף דיין האנט פלאך! ווי דער נאמען פונעם פראדוקט זאגט: TodoTattoo (כתובת קעקע הייסט Tattoo).

לקרוא את המשך הרשומה «





אמעריקאנע טייערסטע הייזער

26 05 2008

דורך:מארק123

א ליסטע פון די אמעריקאנער טייערסטע הייזער. באגלייט מיט בילדער.

לינק





עס שטייט גלייך? ניין, און יעצט?

25 05 2008

דורך:MetroTec

איך בין מודה אז מיינע הענט ציטערן ווען איך וויל עפעס אויפהענגן אויפן וואנט. זאל איך אינוועסטירן וויפיל כוחות איך וויל, אויב איז עס נישט גלייך וועט מיין ווייב נישט זיין צופרידן דערפון.

נו? וויאזוי האבן אונזערע זיידעס געטון? מען גייט צוויי פיס אוועק, מען מאכט צו די רעכטע אויגן, מען דרייט די קאפ צו די לינקע זייט, מען פרעגט דעם קליינעם משה'לע- וואס האט שוין דרך אגב געגעבן זיין דעה א חודש צוריק וועלכע ס'איז די גרעסערע העלפט ביי יחץ – און אז יעדער באשטייט ווערט דער סטאטוס פונעם פיקטשער פרעים באשטימט אויף "גלייך".

לקרוא את המשך הרשומה «





8 טיפ'ס ווען דו גייסט אין גראסערי

23 05 2008

דורך:מארק123

א ליסטע וועלכע האט באקומען א הויכע רעיטינג אין דיג.קאם, געטוישט איינצלהייטן.

1. מאך א ליסטע

בעפאר דו הייבסט אן צו איינקויפן שרייב אראפ וואס דו דארפסט — צו רעדוצירן די אויסזיכטן אז דו זאלסט קויפן וואס דו דארפט נישט.

2. באגרעניץ דיינע טריפס

מאך דיין ליסטע לאנג אז דו זאלסט נישט דארפן צופיל פארן צום געשעפט, בלויז איין צוויי מאל א וואך.

3. נישט איינקויפן אויף א ליידע מאגן!

ווען דו ביסט הונגעריג, וועסטו קויפן טייערערע פעטע און מער רייכערע עסן.

לקרוא את המשך הרשומה «





לאזט דעם ראבאט טאנצן בן בג-בג

22 05 2008

דורך: NYjew

מען האט שוין גערעדט דערפון חדשים, אבער יעצט איז עס ארויסגעקומען.

דער "ראלי" פון די פירמע סאוני קען זינגן ניגונים און טאנצן אויפן ביעט!

עס איז א זיסער שמיטשיקל וועלכער איר קענט לייגן אויף אייער אפיס טישל, ער וועט טאנצן פאר אייך ווען איר פאלט אריין אין א נ-נח גיסטע, ער וועט שיינען, קלאטשן, און וואס נישט, אלעס אויפן טאן פונעם ניגון וועלכע עס שפילט.

עס איז א ארגינעלע MP3 פלעיער, וועלכע…

לקרוא את המשך הרשומה «