פייערפאקס טיפ: נישט נאר com. נאר אויך אנדערע

26 05 2008

דורך:מארק123

ווען דו לייגסט אריין א ווארט אין די פייערפאקס אדרעס באר, און דערנאך דרוקסטו Ctr + Enter, (אדער קאממענד שיפט אויף א מעק) וועט דער פייערפאקסט בראוזער אליינס וויסן צוצולייגן די איבעריגע כזיתים, די גאנצע פשעטל פון די דאבעליו דאבעליו דאבעליו – עיטש טי טי פי, און נאך די ווארט א דאט קאם. אדער פאר .ORG קען מען דרוקן Ctr+Shift+Enter.

דאס איז א דבר פשוט, וואס איך גלייב נישט אז איינער האט נישט געוואוסט… עס איז איינע פון מיינע פעוואריט פונקציעס.

לקרוא את המשך הרשומה «