ברעיקינג: מייקראסאפט ברעכט זיך!

6 06 2008

יא, צו דו גלייבסט יא צו נישט, מייקראסאפט האט דערשפירט דעם היץ…

ווייסט וואס איינער האט געזאגט, ווער איז דער גרעסטער קאמפעטישן פאר ווינדאוס וויסטע? אפשר מעק? נע! מעק איז זייער קלענסטער קאמפעטישן. נו, ווער יא? נישט קיין צווייטער ווי ווינדאוס XP… ווינדאוס עקס פי איז דער גרעסטער קאמפעטישן פאר ווינדאוס וויסטע.

לויט די קאמפיוטער וועלט האט זיך מייקראסאפט געבראכן, און ערלויבט צו פארקויפן קאמפיוטערס מיט די XP אפערעיטינג סיסטעם ביז… יוני 2010. עיקבתא דמשיחא. אויסטערליש.





מייקראסאפט רעדט איבער ווינדאוס 7 מאלטי טאטש

28 05 2008

דורך:MetroTec

ביים וואל סטריט דזשורנאל קאנפערענץ האט סטיוו באלמר מגלה געווען דעם גרויסן געהיימעניס אז ווינדאוס 7 -וועלכע ערשפרעכט ארויסצוקומען סוף 2009 – וועט אויסגעשטעלט ווערן פאר מאלטי טאטש Multi-Touch סקרין, אנשטאט א מויז, און ענדליך צום אייפאון.

סטיוו האט אכטונג געגעבן אויף מייקראסאפט'ס כבוד זאגנדיג אז דער פרט איז בלויז א קלייניגקייט קעגן אלע פרישע אפציעס וועלכע וועלן צוקומען אין ווינדאוס 7.

לקרוא את המשך הרשומה «





וויאזוי זעט אויס Windows 7? – בילדער

27 05 2008

דורך:MetroTec

דער קומענדיגער ווערסיע פון ווינדאוס איז איינגעהילט אין א מיסטעריע, עס איז הכל מודים אז מייקראסאפט דארף ווי שנעלער פטור ווערן פון וויסטע, אבער זייער זעלבסטמארד סטראטעגיע פון אוועקנעמען די XP אפערעיטינג סיסטעם, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, און נאכדעם שרייען אין די גאסן אז "מיליאנען מענטשן איבער די וועלט נוצן שוין וויסטע", באאומרואיגט זייער שטארק די פיסי באניצער, אז מיט די נייע ווינדאוס 7 וועלן זיי אריינגיין מיט די נאז אין די וואנט. לקרוא את המשך הרשומה «





מייקראסאפט: אז נישט מיט בייזן דאן מיט גוטן

25 05 2008

דורך: MetroTec

מיסטער ביל געיטס, מייקראסאפט גרונדער און דער דריטער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט, איז אויפגעקומען מיט א פרישע המצאה וויאזוי צוצושלעפן מענטשן צו זיין סורטש ענדזשען וואס דארף קאמפעטירן מיט גוגל המקורי, און דאס איז דורך צוריקגעבן געלט פאר פראדוקטן וועלכע ווערן געקויפט נאכדעם וואס מען געפונט עס אויף מייקראסאפט live.com, דער פראגראם ווערט אנגערופן Live Search Cashback.

געיטס, וועלכע האלט נאך א אומסוקסעפולער קאמפיין פון איינעמען יאהו און אנדערע פירמעס, רוהט נישט איין און זאגט קלאר אז דאס קומט אוועקנעמען באניצער פון אנדערע סורטש ענדזשענ'ס, "אזויווי גוגל", און העכערן די פארדינסטן פון מייקראסאפט… האַטשו!

לקרוא את המשך הרשומה «





מייקראסאפט און די אונגארישע אייער ווארפערס

23 05 2008

דורך: MetroTec

סטיוו באלמער, דער טשיף עקזעקיוטיוו אפיציער פון מייקראסאפט, האט זיך די וואך געפונען אין צוויי פלעצער, אין מדינת ישראל, און אין אונגארן.

אין אונגארן האט ער זיך אביסל באקענט מיט די אונגארישע קענטעניסן פון ווארפן אייער. אינמיטן א דרשה אינעם בודאפעסט יוניווערסיטעט, האט ער געכאפט איינס און אזאלעכס פון א אויפגערעגטער מאן וועלכע איז געווען מלא טענות היתכן ער צוברעכט דער אונגארישער עקאנאמיע.

מיר ברענגען דא צוויי ווידיאוס פון צוויי פרעספעקטיוון פונעם סצענע.

לקרוא את המשך הרשומה «





'מייקראסאפט' וויסטע אויף 'עפל' איי פאון

22 05 2008

דורך: MetroTec

עס פארלאנגט זיך א דריגענדע חשבון הנפש פאר אונז עפל חסידים אויב אפילו איינער אין די וועלט וועט בייפאלן ארויפצולייגן דעם סקין אויף אונזער באליבטן אייפאון, נישט מער און נישט ווייניגער אויסגעשטעלט גענצליך ווי דער וויסטע. (אקעי פרעגטס מיר נישט צו sp3 צו sp9, ווייל איך ווייס נישט, און איך וויל נישט וויסן וואס דאס מיינט).

דער סקין פארמאגט איבער 90 אייקאן'ס, וואלפעיפערס, און נאך וויסטע גראפישע אויסטשעלונגן.

לינק





גוגל סייטס איז אפען פארן פאבליקום

22 05 2008

דורך: MetroTec

גוגל ערלויבט צו קריאטירן אייגענע וועבסייטס! עס איז געאייגנט צו סיי וועלכע באנוץ פון ארויסגעבן אינפארמאציע פאר די וועלט.

די חסרונות זענען אז ווען עס קומט צו פארקויפן זאכן וכדומה, איז דא בעסערע טולס ווי דעם. ווי אויך באקומסטו נישט קיין אייגענע דאמעין נעים. עס וועט אויסקוקן אזוי:
http: //sites.google. com/site/sitename

און וויפיל סטארעדזש באקומט מען? 100 מעגא בייטס.

די מעלה דערפון איז…

לקרוא את המשך הרשומה «