ברעיקינג: מייקראסאפט ברעכט זיך!

6 06 2008

יא, צו דו גלייבסט יא צו נישט, מייקראסאפט האט דערשפירט דעם היץ…

ווייסט וואס איינער האט געזאגט, ווער איז דער גרעסטער קאמפעטישן פאר ווינדאוס וויסטע? אפשר מעק? נע! מעק איז זייער קלענסטער קאמפעטישן. נו, ווער יא? נישט קיין צווייטער ווי ווינדאוס XP… ווינדאוס עקס פי איז דער גרעסטער קאמפעטישן פאר ווינדאוס וויסטע.

לויט די קאמפיוטער וועלט האט זיך מייקראסאפט געבראכן, און ערלויבט צו פארקויפן קאמפיוטערס מיט די XP אפערעיטינג סיסטעם ביז… יוני 2010. עיקבתא דמשיחא. אויסטערליש.

מודעות פרסומת




וויאזוי זעט אויס Windows 7? – בילדער

27 05 2008

דורך:MetroTec

דער קומענדיגער ווערסיע פון ווינדאוס איז איינגעהילט אין א מיסטעריע, עס איז הכל מודים אז מייקראסאפט דארף ווי שנעלער פטור ווערן פון וויסטע, אבער זייער זעלבסטמארד סטראטעגיע פון אוועקנעמען די XP אפערעיטינג סיסטעם, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, און נאכדעם שרייען אין די גאסן אז "מיליאנען מענטשן איבער די וועלט נוצן שוין וויסטע", באאומרואיגט זייער שטארק די פיסי באניצער, אז מיט די נייע ווינדאוס 7 וועלן זיי אריינגיין מיט די נאז אין די וואנט. לקרוא את המשך הרשומה «





קאמפיוטער דעסק אין פולן זין פון ווארט

26 05 2008

פון:MetroTec

ניין, עס איז נאכנישט אויפן מארקעט. עס איז א הערליך דעזיינטע ארטיסטישע אפיס טישל, דער פאבריצירער טענה'ט אז ער האט עס דעזיינט פאר "מעק", אבער מען וועט עס קענען אויסארבעטן פאר פיסי אויך.

דער טישל איז בעצם דער גאנצער קאמפיוטער, מיט אלע קעיבלס אריינגעבויעט, און וועט העלפן האלטן דעם אפיס שפאגל ריין.

לינק





Samsung אנאנסירט מוראדיג שנעלע 256GB SSD

26 05 2008

דורך:MetroTec

לינק





מייקראסאפט און די אונגארישע אייער ווארפערס

23 05 2008

דורך: MetroTec

סטיוו באלמער, דער טשיף עקזעקיוטיוו אפיציער פון מייקראסאפט, האט זיך די וואך געפונען אין צוויי פלעצער, אין מדינת ישראל, און אין אונגארן.

אין אונגארן האט ער זיך אביסל באקענט מיט די אונגארישע קענטעניסן פון ווארפן אייער. אינמיטן א דרשה אינעם בודאפעסט יוניווערסיטעט, האט ער געכאפט איינס און אזאלעכס פון א אויפגערעגטער מאן וועלכע איז געווען מלא טענות היתכן ער צוברעכט דער אונגארישער עקאנאמיע.

מיר ברענגען דא צוויי ווידיאוס פון צוויי פרעספעקטיוון פונעם סצענע.

לקרוא את המשך הרשומה «





מאזילע פייערפאקס, א סטעפ ווייטער

22 05 2008

דורך: MetroTec

דער Release Candidate ווערסיע פון פייערפאקס 3 איז אינדרויסן. דער פרישע ווערסיע איז פיל מער צוגעפאסט צו די פארשידענע אפערעיטינג סיסטעמ'ס, און פארמאגט פילע חידושים, ווי א סאפיסטיקירטע בוקמארק'ס ארגאניזירער, גוטע סעקיורעטי, א נייע דאונלאוד סיסטעם, און נאך.

לינק

און וואס טוט זיך מיט די אלטע Add-on's וואס דו האסט אינסטאלירט אינעם אלטן פייערפאקס?

ליינט מיט אינטערעסע א טיפ וועלכע וועט איבערקלוגן דעם (פייער)פוקס. ווען דו באשלוסט עס נאכצוטאנצן, גיי זייער פארזיכטיג, ווייל א שלעכטע דריי קען גורם זיין א קרעש אינעם פראגרעם.