אדובי אונליין מיט נייע געשמאקע אפציעס

2 06 2008

דורך:MetroTec

די פירמע אדובי וועלכע איז אויך צווישן די טעכנאלאגיע לייבן אין די Silicon Valley אין קאליפארניע, האט ווידער באשלאסן אריינצושפרייזן אין יענעמ'ס טעריטאריע, און ארויסגעקומען מיט די acrobat.com פעקעדזש, וועלכע וועט זיין א קאמפעטישן פאר גוגל

דער פעקעדזש ענהאלט: Adobe Brio פאר ווירטואלישע מיטונגען, Adobe Buzzword פאר טייפסעטינג און אויסשטעלן, און Adobe Share צו שיקן פיילס. די דריי אפליקאציעס זענען שוין ארויסגעקומען אפאר מאנאטן צוריק, אבער דאס צוזאמענשטעלן אונטער איין דאך, איז אן אנדייטונג אויף א פרישע עפאכע אין אדובי'ס היסטאריע פון "אונליין סאפטוועיר". א פעלד וועלכע זיי זענען נישט געווען ביז יעצט די נומער 1, און אויך נישט נומער 10.

לקרוא את המשך הרשומה «

מודעות פרסומת




טאררענט'ס ווי קיינמאל בעפאר

25 05 2008

דורך:מארק123

וואס 'טאררענט'ס' מיינט איז מעגליך איבעריג צו באשרייבן, אין קורצן, א טאררענט איז א וועג צו מיטטיילן קמאפיוטער פיילס, מערסטנגס אומלעגאלע, מיט אנדערע. די טעכנעלאגיע פון א טאררענט ארבעט אז מען מוז האבן א פראגרעם וועלכע קען איבערטייטשן דעם טאררענט און ווייסט וויאזוי צו דאונלאודען דעם פייל וועלכע דער טאררענט שטעלט מיט זיך פאר, און שלעפן צו זיך די פייל פון דער מזכה את הרבים וועלכע האט דעם פייל אויף זיין קאמפיוטער. פארשטייט זיך אז דער טאררענט זעלבסט דארף מען דאונלאודען פונעם אינטערנעט, און הערשט דערנאך געבט מען איבער פארן פראגרעם (קליענט) דעם קאנטראל דערויף.

לקרוא את המשך הרשומה «