פייערפאקס? לאמיר אריינגיין אינעם גינעס וועלט רעקארד בוך!

29 05 2008

דורך:מארק123

אויב ביסטו א פייערפאקס באניצער וועסטו מן הסתם וועלן צוהעלפן צום אויסנאמליכן פראיעקט, נעמליך אריינצוברענגען דעם פייערפאקס קאמיונעטי אינעם גינעס וועלט רעקארד בוך, אלץ דער מערסטער דאונלאודס אויף א פראגרעם אין 24 שעה.

דער טאג ווען פייערפאקס 3 וועט באפרייט ווערן, וועלן טויזענטער, און אפשר מיליאנען מענטשן דאונלאודן דעם נייעם ווערסיע, און דערמיט ברעכן א רעקארד, און האפענטליך זיך רעזערווירן א גינסטיגע פאזיציע אינעם גינעס בוך, דער קרעדיט וועט גיין פאר די "פייערפאקס קאמיונעטי".

"העלפט אונז ארויס אויספירן דעם געמיינזאמע פראיעקט"