עפל סטאר 5th Ave פארמאכט נעכטן אויף צייטווייליג

30 05 2008

דורך:MetroTec

עס איז די דריטע מאל אין די היסטאריע וואס דער געשעפט טירן ווערן פארמאכט. פאר ווער עס ווייסט נישט, דער געשעפט איז אפען 24/7 אן קיין הפסק. ווען דו דארפסט אמאל א "עפל דזשוס" דרייע באנאכט, לויף אהין.

לקרוא את המשך הרשומה «





וויאזוי זעט אויס Windows 7? – בילדער

27 05 2008

דורך:MetroTec

דער קומענדיגער ווערסיע פון ווינדאוס איז איינגעהילט אין א מיסטעריע, עס איז הכל מודים אז מייקראסאפט דארף ווי שנעלער פטור ווערן פון וויסטע, אבער זייער זעלבסטמארד סטראטעגיע פון אוועקנעמען די XP אפערעיטינג סיסטעם, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, און נאכדעם שרייען אין די גאסן אז "מיליאנען מענטשן איבער די וועלט נוצן שוין וויסטע", באאומרואיגט זייער שטארק די פיסי באניצער, אז מיט די נייע ווינדאוס 7 וועלן זיי אריינגיין מיט די נאז אין די וואנט. לקרוא את המשך הרשומה «





נייע סעקיורעטי פאטענט: פאלשע TV

27 05 2008

דורך:מארק123

בעפאר די קאנטרי סעזאן איז דאס א דבר בעתו (אדער אפשר נישט משום מראית העין?), פאר די וועלכע ווילן נישט מאיזה סיבה שהוא אפען לאזן די לעקטערס אינעם שטאטישן הויז מיטן ציל צו דערווייטערן גנבים.

א פרישע המצאה קעגן גנבים איז א פראדוקט מיטן נאמען FakeTv "פאלשע טעלעוויזשען".

לקרוא את המשך הרשומה «





קאמפיוטער דעסק אין פולן זין פון ווארט

26 05 2008

פון:MetroTec

ניין, עס איז נאכנישט אויפן מארקעט. עס איז א הערליך דעזיינטע ארטיסטישע אפיס טישל, דער פאבריצירער טענה'ט אז ער האט עס דעזיינט פאר "מעק", אבער מען וועט עס קענען אויסארבעטן פאר פיסי אויך.

דער טישל איז בעצם דער גאנצער קאמפיוטער, מיט אלע קעיבלס אריינגעבויעט, און וועט העלפן האלטן דעם אפיס שפאגל ריין.

לינק





Samsung אנאנסירט מוראדיג שנעלע 256GB SSD

26 05 2008

דורך:MetroTec

לינק





עס שטייט גלייך? ניין, און יעצט?

25 05 2008

דורך:MetroTec

איך בין מודה אז מיינע הענט ציטערן ווען איך וויל עפעס אויפהענגן אויפן וואנט. זאל איך אינוועסטירן וויפיל כוחות איך וויל, אויב איז עס נישט גלייך וועט מיין ווייב נישט זיין צופרידן דערפון.

נו? וויאזוי האבן אונזערע זיידעס געטון? מען גייט צוויי פיס אוועק, מען מאכט צו די רעכטע אויגן, מען דרייט די קאפ צו די לינקע זייט, מען פרעגט דעם קליינעם משה'לע- וואס האט שוין דרך אגב געגעבן זיין דעה א חודש צוריק וועלכע ס'איז די גרעסערע העלפט ביי יחץ – און אז יעדער באשטייט ווערט דער סטאטוס פונעם פיקטשער פרעים באשטימט אויף "גלייך".

לקרוא את המשך הרשומה «





פריש: גוגל פאר בילדער

23 05 2008

דורך:מארק123

נישט ממש גוגל, אבער א דורכברוך איינס אין די וועלט.

זעסט א בילד און דו ווייסט נישט פון וואו עס קומט, דו ווילסט אויפזוכן אזא ענליכע בילד אויף די לענג און די ברייט פונעם אינטערנעט?

לייג ארויף דעם בילד אויף TinEye און ער וועט דיר טרעפן דער זעלבער בילד אויפן אינטערנעט!

לקרוא את המשך הרשומה «