ברעיקינג: מייקראסאפט ברעכט זיך!

6 06 2008

יא, צו דו גלייבסט יא צו נישט, מייקראסאפט האט דערשפירט דעם היץ…

ווייסט וואס איינער האט געזאגט, ווער איז דער גרעסטער קאמפעטישן פאר ווינדאוס וויסטע? אפשר מעק? נע! מעק איז זייער קלענסטער קאמפעטישן. נו, ווער יא? נישט קיין צווייטער ווי ווינדאוס XP… ווינדאוס עקס פי איז דער גרעסטער קאמפעטישן פאר ווינדאוס וויסטע.

לויט די קאמפיוטער וועלט האט זיך מייקראסאפט געבראכן, און ערלויבט צו פארקויפן קאמפיוטערס מיט די XP אפערעיטינג סיסטעם ביז… יוני 2010. עיקבתא דמשיחא. אויסטערליש.





מייקראסאפט רעדט איבער ווינדאוס 7 מאלטי טאטש

28 05 2008

דורך:MetroTec

ביים וואל סטריט דזשורנאל קאנפערענץ האט סטיוו באלמר מגלה געווען דעם גרויסן געהיימעניס אז ווינדאוס 7 -וועלכע ערשפרעכט ארויסצוקומען סוף 2009 – וועט אויסגעשטעלט ווערן פאר מאלטי טאטש Multi-Touch סקרין, אנשטאט א מויז, און ענדליך צום אייפאון.

סטיוו האט אכטונג געגעבן אויף מייקראסאפט'ס כבוד זאגנדיג אז דער פרט איז בלויז א קלייניגקייט קעגן אלע פרישע אפציעס וועלכע וועלן צוקומען אין ווינדאוס 7.

לקרוא את המשך הרשומה «