Israel.com אדער America.com

4 06 2008

דורך:MetroTec

Israel.com איז פארקויפט געווארן פאר 5.8 מעלאנעס? נישט לויט יעדעם, עס איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים, דריי טענה'ן אז עס איז יא פארקויפט געווארן, און איינער טענה'ט אז נישט. איז דאך יחיד ורבים הלכה כרבים. אפשר נישט?

אין די זעלבע צייט קומט אן די נייעס, אז אמעריקא.קאם האט נישט געהאט אזא מזל ווי ישראל.קאם. כאטש וואס עפ"י חשבון וואלט דאס געדארפט זיין דאס מערסטע געזוכטע דאמעין נאמען, ס'טייטש? Amarica.com! ס'ארא פראגע?

לקרוא את ההמשך »





Israel.com פארקויפט פאר 5.88$ מיליאן

1 06 2008

דורך:MetroTec

עס איז נאכנישט באקאנט קיין פרטים ווער עס האט עס אפגעקויפט, און וואס ער וועט טון דערמיט.

ווי עס איז ברייט באריכטעט געווען, האט נואל פרידמאן, 46, אפגעקויפט דעם דאמעין נאמען אין 1994, און ער האט נישט געחלומט אז דער פרייז וועט ארויפגיין אזוי הויעך. ער ערקלערט אז ער האט עס פריוואט אפגעקויפט, ווייל ער האט נישט געוואלט אז דער נאמען זאל גענוצט ווערן פאר אנטי-ישראלי'שע אינטערסען.