גוגל אין מדינת ישראל זענען פאר די מצעד התועבה

6 06 2008

איך ווייס נישט צו עס באלאנגט דא, אבער די חרדים אין מדינת ישראל מיט זייער באוויזענער פעסטער כח דארפן באשליסן צו מאכן א סטרייק אויף גוגל, אראפצונעמען אלע זייערע אדווערטייזמענטס פון Google AdWords, און זיך באנוצן מיט אנדערע סורטש ענדזשענס.

גוגל איז -לויט זייער אייגענע ווערטער- די ערשטע עמטליכע קאמפאני וועלכע שטעלט זיך צו צו די מנובלים.

מה לגבי מצעד הגאווה באופן ספציפי? האם אתה מכיר חברות שצעדו באופן רשמי בעבר?

"לא, אני חושב שאנחנו הראשונים שעושים את זה".

איך ווייס נישט צו גוגל מוז זיך צושטעלן צו די חרדים, אבער די חרדים וועלכע אדווערטייזן אויף גוגל איז גענוג א גרויסע פראצענט אז גוגל זאל שפירן אויף זייער הויט אז ארץ ישראל איז צו הייליג און סענסעטיוו פאר אזאלכע שטויות.

מקור.





ברוך אבאמא אין 3.5 מיליאן אויף גוגל

30 05 2008

דורך:איינשטיין

עס איז נארוואס באקאנט געווארן אז דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט, סענאטאר באראק אבאמא, האט שוין געספענדט 3.5 מיליאן דאלער אויף אינטערנעט און גוגל אדווערטייזינג.

מקור.





גוגל ערטה אריין צום בראוזער

29 05 2008

דורך:מארק123

גוגל האט ארויסגעגעבן א פלאגין וואס וועט ערלויבן צו אינסטאלירן דעם פראגרעם גלייך אינעם סאפטוועיר, און מען וועט עס מער נישט דארפן אלץ א באזונדערע אפליקאציע. – דערווייל בלויז פאר ווינדאוס.

לינק





מער ווי איין ג'ימעיל אקאונט?

27 05 2008

דורך:MetroTec

א חבר קומט מיר דערציילן נעכטן מיט איין שמחה אז ענדליך וועט ער שוין קענען מענעדזשען זיינע פילע גימעיל אקאונטס, טרעפנדיג א נייע פייערפאקס עד-אן, ספעציעל געאייגנט צו קענען זען אלע אקאונטס אויפאמאל.

אסאך ווייסן נישט דערפון, אבער גוגל אליינס שטעלט צו אזא מעגליכקייט, מיט גאר אסאך געשמאקע אפציעס, און עס וועט נישט אנרירן דעם סטאטוס פון דיינע ביז יעצטיגע אקאונטס, דו וועסט ווייטער באקומען דארט געהעריג אימעיל. אבער גוגל שטעלט עס נאר ביז פינף אקאונטס. אט איז א איינפאכע טוטאריעל.

לקרוא את ההמשך »





מייקראסאפט: אז נישט מיט בייזן דאן מיט גוטן

25 05 2008

דורך: MetroTec

מיסטער ביל געיטס, מייקראסאפט גרונדער און דער דריטער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט, איז אויפגעקומען מיט א פרישע המצאה וויאזוי צוצושלעפן מענטשן צו זיין סורטש ענדזשען וואס דארף קאמפעטירן מיט גוגל המקורי, און דאס איז דורך צוריקגעבן געלט פאר פראדוקטן וועלכע ווערן געקויפט נאכדעם וואס מען געפונט עס אויף מייקראסאפט live.com, דער פראגראם ווערט אנגערופן Live Search Cashback.

געיטס, וועלכע האלט נאך א אומסוקסעפולער קאמפיין פון איינעמען יאהו און אנדערע פירמעס, רוהט נישט איין און זאגט קלאר אז דאס קומט אוועקנעמען באניצער פון אנדערע סורטש ענדזשענ'ס, "אזויווי גוגל", און העכערן די פארדינסטן פון מייקראסאפט… האַטשו!

לקרוא את ההמשך »





פריש: גוגל פאר בילדער

23 05 2008

דורך:מארק123

נישט ממש גוגל, אבער א דורכברוך איינס אין די וועלט.

זעסט א בילד און דו ווייסט נישט פון וואו עס קומט, דו ווילסט אויפזוכן אזא ענליכע בילד אויף די לענג און די ברייט פונעם אינטערנעט?

לייג ארויף דעם בילד אויף TinEye און ער וועט דיר טרעפן דער זעלבער בילד אויפן אינטערנעט!

לקרוא את ההמשך »





גוגל סייטס איז אפען פארן פאבליקום

22 05 2008

דורך: MetroTec

גוגל ערלויבט צו קריאטירן אייגענע וועבסייטס! עס איז געאייגנט צו סיי וועלכע באנוץ פון ארויסגעבן אינפארמאציע פאר די וועלט.

די חסרונות זענען אז ווען עס קומט צו פארקויפן זאכן וכדומה, איז דא בעסערע טולס ווי דעם. ווי אויך באקומסטו נישט קיין אייגענע דאמעין נעים. עס וועט אויסקוקן אזוי:
http: //sites.google. com/site/sitename

און וויפיל סטארעדזש באקומט מען? 100 מעגא בייטס.

די מעלה דערפון איז…

לקרוא את ההמשך »