טאררענט'ס ווי קיינמאל בעפאר

25 05 2008

דורך:מארק123

וואס 'טאררענט'ס' מיינט איז מעגליך איבעריג צו באשרייבן, אין קורצן, א טאררענט איז א וועג צו מיטטיילן קמאפיוטער פיילס, מערסטנגס אומלעגאלע, מיט אנדערע. די טעכנעלאגיע פון א טאררענט ארבעט אז מען מוז האבן א פראגרעם וועלכע קען איבערטייטשן דעם טאררענט און ווייסט וויאזוי צו דאונלאודען דעם פייל וועלכע דער טאררענט שטעלט מיט זיך פאר, און שלעפן צו זיך די פייל פון דער מזכה את הרבים וועלכע האט דעם פייל אויף זיין קאמפיוטער. פארשטייט זיך אז דער טאררענט זעלבסט דארף מען דאונלאודען פונעם אינטערנעט, און הערשט דערנאך געבט מען איבער פארן פראגרעם (קליענט) דעם קאנטראל דערויף.

לקרוא את המשך הרשומה «

מודעות פרסומת




פריש: היים סערוויסעס סורטש

25 05 2008

דורך:MetroTec

בשעה טובה ומוצלחת, אריינגעמופט אין א נייע דירה…

וועלכע איז די ביליגסטע אינטערנעט פירמע וואס איז עוועליבעל אין דעם געגנט? און וואס טוט זיך מיט אן עלעקטעריק פירמע, טעלעפאן, גאז?

לקרוא את המשך הרשומה «





מייקראסאפט: אז נישט מיט בייזן דאן מיט גוטן

25 05 2008

דורך: MetroTec

מיסטער ביל געיטס, מייקראסאפט גרונדער און דער דריטער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט, איז אויפגעקומען מיט א פרישע המצאה וויאזוי צוצושלעפן מענטשן צו זיין סורטש ענדזשען וואס דארף קאמפעטירן מיט גוגל המקורי, און דאס איז דורך צוריקגעבן געלט פאר פראדוקטן וועלכע ווערן געקויפט נאכדעם וואס מען געפונט עס אויף מייקראסאפט live.com, דער פראגראם ווערט אנגערופן Live Search Cashback.

געיטס, וועלכע האלט נאך א אומסוקסעפולער קאמפיין פון איינעמען יאהו און אנדערע פירמעס, רוהט נישט איין און זאגט קלאר אז דאס קומט אוועקנעמען באניצער פון אנדערע סורטש ענדזשענ'ס, "אזויווי גוגל", און העכערן די פארדינסטן פון מייקראסאפט… האַטשו!

לקרוא את המשך הרשומה «





פריש: גוגל פאר בילדער

23 05 2008

דורך:מארק123

נישט ממש גוגל, אבער א דורכברוך איינס אין די וועלט.

זעסט א בילד און דו ווייסט נישט פון וואו עס קומט, דו ווילסט אויפזוכן אזא ענליכע בילד אויף די לענג און די ברייט פונעם אינטערנעט?

לייג ארויף דעם בילד אויף TinEye און ער וועט דיר טרעפן דער זעלבער בילד אויפן אינטערנעט!

לקרוא את המשך הרשומה «





גוגל סייטס איז אפען פארן פאבליקום

22 05 2008

דורך: MetroTec

גוגל ערלויבט צו קריאטירן אייגענע וועבסייטס! עס איז געאייגנט צו סיי וועלכע באנוץ פון ארויסגעבן אינפארמאציע פאר די וועלט.

די חסרונות זענען אז ווען עס קומט צו פארקויפן זאכן וכדומה, איז דא בעסערע טולס ווי דעם. ווי אויך באקומסטו נישט קיין אייגענע דאמעין נעים. עס וועט אויסקוקן אזוי:
http: //sites.google. com/site/sitename

און וויפיל סטארעדזש באקומט מען? 100 מעגא בייטס.

די מעלה דערפון איז…

לקרוא את המשך הרשומה «





מאזילע פייערפאקס, א סטעפ ווייטער

22 05 2008

דורך: MetroTec

דער Release Candidate ווערסיע פון פייערפאקס 3 איז אינדרויסן. דער פרישע ווערסיע איז פיל מער צוגעפאסט צו די פארשידענע אפערעיטינג סיסטעמ'ס, און פארמאגט פילע חידושים, ווי א סאפיסטיקירטע בוקמארק'ס ארגאניזירער, גוטע סעקיורעטי, א נייע דאונלאוד סיסטעם, און נאך.

לינק

און וואס טוט זיך מיט די אלטע Add-on's וואס דו האסט אינסטאלירט אינעם אלטן פייערפאקס?

ליינט מיט אינטערעסע א טיפ וועלכע וועט איבערקלוגן דעם (פייער)פוקס. ווען דו באשלוסט עס נאכצוטאנצן, גיי זייער פארזיכטיג, ווייל א שלעכטע דריי קען גורם זיין א קרעש אינעם פראגרעם.