דורך:MetroTec
Israel.com איז פארקויפט געווארן פאר 5.8 מעלאנעס? נישט לויט יעדעם, עס איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים, דריי טענה'ן אז עס איז יא פארקויפט געווארן, און איינער טענה'ט אז נישט. איז דאך יחיד ורבים הלכה כרבים. אפשר נישט?
אין די זעלבע צייט קומט אן די נייעס, אז אמעריקא.קאם האט נישט געהאט אזא מזל ווי ישראל.קאם. כאטש וואס עפ"י חשבון וואלט דאס געדארפט זיין דאס מערסטע געזוכטע דאמעין נאמען, ס'טייטש? Amarica.com! ס'ארא פראגע?
דער ביד פארגאנגענע וואך האט דערגרייכט צו "נישט מער" ווי 1.71 מיליאן דאלער. פארשעמענדיג דעם רייכן אמעריקא. און אנדערש ווי פאראויסקוקער האבן געטענה'ט אז דא גייט זיך פארקויפן פאר נישט אונטער 12.5 מיליאן.
איך פערזענליך האלט אז די ווארט אמעריקא זאגט נישט גארנישט, אמעריקא איז נישט מער ווי א קאנטינענט. פארט אבער האט על קאידע אטאקירט 'אמעריקא', און קיינער זאגט נישט אז זיי האבן אטאקירט די "יונייטעד סטעיטס". איך וועל מוזן טראכטן פארוואס.
אנדערע זאגן אז דאס איז א קלארע צייכן אז די עקאנאמיע האט געכאפט א טיפן דרימל.
Amarica.com
אדער
America.com