מרא דעלמא: געענדיגט מיט אפכאפן קאר פלעיטס?

3 06 2008

דורךMetroTec

א ספרעי מיטן נאמען "פאטא בלאקער" איז געאייגנט ארויפצוספרעיען אויף די לייסענס פלעיטס פון א קאר, און פארמישן די פלעש פון א קאמערע וועלכע פראבירט עס אפצוכאפן. די שיין פון די ספרעי רעפלעקטירט זיך צוריק אריין אינעם קאמערע, און לאזט עס נישט ליינען די נומערן. אבער אפילו א געניט אויג וועט נישט באמערקן אז עס איז אנגעספרעיט, מען קען געהעריג ליינען ווייטער די נומערן אויפן פלעיט, און עס איז בלויז א חילוק פאר די קאמערע פלעש.

די פירמע זאגט אז זיי האבן שוין פארקויפט 500,000 שטיק אבער דערווייל האבן בלויז 1% קאסטומער זיך אפגערעדט. פילע קאסטומערס טוען זיך אויף אפען אז זיי זענען דורכגעפארן טראפיק לייטס מיט קאמערעס און קיינמאל נישט באקומען קיין טיקעט.

ווידעראום א טעסט וועלכע איז דורכגעפירט געווארן דורך די לעיקוואוד פאליציי, ווייזט אז דער טראפיק לייט קאמערע האט געהעריג אפגעכאפט די לייסענס פלעיט נומערן וועלכע זענען אנגעשפריצט געווארן דורך די ספרעי. "אויב עס ארבעט איז עס אומלעגאל" זאגן געזעץ קענער.

פארט קען נאך אלץ זיין אז עס ארבעט גוט פאר פילע נישט אזאלכע פארגעשריטענע טראפיק לייט קאמערעס, אדער אויב מען ספרעיט מער ווי די רעקאמענדירטע "פיר קאוד'ס" וועלכע קען עס מאכן נאך מער שיינענדיג, אדער אויב די זון שיין העלפט ארויס און שיינט פונקט דאן אויף די לייסענס פלעיט, און סתם אזוי פאר ציווילע מענטשן וועלכע ווילן פאר סיי וועלכע סיבה כאפן א בילד מיט זייער קאמערע פון דיין לייסענס פלעיט.

מען קען עס באקומען דא פאר די פרייז פון 24.95 – א נישטיגע פרייז פאר א פראבע קעגן די היינטיגע געלט פרעסערישע טיקעטס.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: