סטיוו דזשאבס שלאפט נישט: טעלעפאן אן קיין רעטשארדזשער

2 06 2008

דורך:מארק123

מעק רומערס דעקט אויף געוואלדיגע נייעס, אז עפל האט אריינגעגעבן א פאטענט אפליקאציע פאר טעלעפאנען וועלכע וועלן ארבעטן מיט סאלער און זון שטראלן, און וועלן נישט דארפן קיין רעטשארדזשער.

דאס זעלבסט איז נישט עפל'ס פאטענט, דער פאטענט גייט אבער ווייטער.

איינס פון די עיקר פראבלעמען פארוואס עס האט נאכנישט עקזיסטירט אזא זאך ביז יעצט איז צוליב די פלאץ וואס א סאלער באטעריע פארלאנגט אויפן טעלעפאן, קיינער דארף נישט קיין מעלאנע אין טאש, און מען זוכט אז דער סעלפאן זאל זיין ווי קלענער.

מה עשה עפל? זייער פאטענט לויטעט אז דער סאלער אויפכאפער זאל דוקא זיין דער LCD סקרין, דאס הייסט אז היות דער סקרין איז גענוג גרויס אויפן אייפאון זאל עס שוין טון נאך א פעולה, דער סאלער באטערי וועלכע וועט ליגן אונטער די סקרין וועט קענען זיין גענוג קליין, ווייל דער עיקר ארבעט וועט געטון ווערן דורכן סקרין. דאס מיינט אז דער סקרין וועט מוזן זיין פון א סארט וואס איז נאכנישט געווען ביז יעצט.

דאס אריינגעבן א פאטענט מיינט נישט אז עפל טראכט אזוי ערנסט פון עס טון. און מען דארף נאכנישט זיין אזוי עקסייטעד. טעכעלאגישע קאמפאניס געבן אריין יעדן טאג פרישע פאטענטן מינים ממינים שונים, וועלכע רוב פון זיי האלטן שוין נאך המפיל.

אבער דער צינישער בליק פון סטיוו דזשאבס, דער בליק וועלכע האט געוואונען אזא שטארקע צוטרוי ביי די מאסן אלץ א גוזר ומקיים, פאראורזאכט אז מעק יוזערס זאלן טראכטן אז עפעס ערנסטערס קומט דארט פאר, אין די מח פון סטיוו'ן.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: