אדובי אונליין מיט נייע געשמאקע אפציעס

2 06 2008

דורך:MetroTec

די פירמע אדובי וועלכע איז אויך צווישן די טעכנאלאגיע לייבן אין די Silicon Valley אין קאליפארניע, האט ווידער באשלאסן אריינצושפרייזן אין יענעמ'ס טעריטאריע, און ארויסגעקומען מיט די acrobat.com פעקעדזש, וועלכע וועט זיין א קאמפעטישן פאר גוגל

דער פעקעדזש ענהאלט: Adobe Brio פאר ווירטואלישע מיטונגען, Adobe Buzzword פאר טייפסעטינג און אויסשטעלן, און Adobe Share צו שיקן פיילס. די דריי אפליקאציעס זענען שוין ארויסגעקומען אפאר מאנאטן צוריק, אבער דאס צוזאמענשטעלן אונטער איין דאך, איז אן אנדייטונג אויף א פרישע עפאכע אין אדובי'ס היסטאריע פון "אונליין סאפטוועיר". א פעלד וועלכע זיי זענען נישט געווען ביז יעצט די נומער 1, און אויך נישט נומער 10.

ממש לעצטנס זענען זיי ארויסגעקומען מיט די פאטאשאפ אונליין, אבער לאמיר נישט רעדן קיין לשון הרע…

די עיקר (א.ג.) באמבע וועלכע דער נייער פעקעדזש פארמאגט איז דער אלעמען באקאנטן PDF אקראבאט פראגרעם, וועלכע וועט ערלויבן צו שאפן און צוזאמענשטעלן PDF פיילס אונליין, א זאך וועלכע קען זיין היפש אינטערסאנט פאר די וועלכע פארמאגן בלויז די מאגערע Acrobat Reader אין זייער קאמפיוטער, אן קיין מעגליכקייטן זיך ארומצושפילן מיט קיין פי די עף פיילס. אבער נישט פארגעסן, דאס איז נאך אין די "בעטא" סטאטוס.

אויך האבן זיי באפרייט דעם 9'טן ווערסיע פון די געהעריגע אקראבאט, וועלכע פארמאגט פילע פרישע מעגליכקייטן, צווישן זיי אריינצולייגן א פלעש אין די פייל. דאס הייסט אז ווען איינער וועט ליינען דעם פי די עף וועט ער האבן די מעגליכקייט צו זען  לעבעדיגע "מאצינאלע" (אםםם… נו? שאקעלדיגע…) פרעזענטאציעס.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

כתיבת תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: