מער ווי איין ג'ימעיל אקאונט?

27 05 2008

דורך:MetroTec

א חבר קומט מיר דערציילן נעכטן מיט איין שמחה אז ענדליך וועט ער שוין קענען מענעדזשען זיינע פילע גימעיל אקאונטס, טרעפנדיג א נייע פייערפאקס עד-אן, ספעציעל געאייגנט צו קענען זען אלע אקאונטס אויפאמאל.

אסאך ווייסן נישט דערפון, אבער גוגל אליינס שטעלט צו אזא מעגליכקייט, מיט גאר אסאך געשמאקע אפציעס, און עס וועט נישט אנרירן דעם סטאטוס פון דיינע ביז יעצטיגע אקאונטס, דו וועסט ווייטער באקומען דארט געהעריג אימעיל. אבער גוגל שטעלט עס נאר ביז פינף אקאונטס. אט איז א איינפאכע טוטאריעל.

1. עפן אויף א נייע ג'ימעיל אקאונט, וואס דאס זאל דינען אלץ א צענטער, דארט זאלסטו קענען זען אלע אימעילס פון אלע דיינע אקאונטס. דורך יענע אקאונט וועסטו אויך האבן א מעגליכקייט צו שיקן אימעילס וועלכע עס זאל אויסזען כאילו דו האסט עס געשיקט פון דיין רעגולער אקאונט. טיפ: מאך א טיפיקאלער נאמען פארן אקאונט, און נישט א נאמען וועלכע זאל צייגן אויף עפעס.

2. גיי אריין צו Setting און דאן צו Accounts, און קליק Get mail from other accounts.

3. עס וועט זיך עפענען דעם ווינדאו.

4. לייג אריין דיין אנדערע אימעיל אדרעס פון וואו דו ווילסט באקומען מעיל. וועט ארויפקומען דעם ווינדאו.

5. דא דארפסטו אריינלייגן די אינפארמאציע פון "יענע" אקאונט, אז גוגל זאל קענען 'אהערברענגען' אימעילס פון דארט. מאך זיכער – פאר דיין באקוועמליכקייט – אז Label incoming messages איז געטשעקט, דאס וועט מאכן אז יעדע אימעיל וואס עס קומט אריין זאל שטיין אויף דעם פון וועלכע פון דיינע אנדערע אימעיל אדרעסן עס איז געקומען.

אויב עס קומט ארויף דעם פאלגענדעם מעסעדזש:

מיינט דאס אז דו דארפסט גיין צו 'יענע' אקאונט, און אנשטעלן דארט אז pop3 זאל ארבעטן. – גיי אריין צו Settings ביי יענע אקאונט, דערנאך צו Forwarding and POP/IMAP, און שטעל אן די אפציע פון Enable POP for mail that arrives from now on. (די אנדערע אפציעס וועט מאכן אז אויך אלע ביז יעצטיגע אימעילס זאלן אהינקומען, און דאס ווילסטו נישט).

6. פון דא און ווייטער איז שוין גרינגע שטאפלן. דו וועסט באקומען א "וועריפיקעישאן" קאוד וועלכע וועט געשיקט ווערן צו יענע אימעיל אדרעס. און דו וועסט קענען אנשטעלן וויאזוי צו קענען שיקן אימעילס פונעם צענטראלן אקאונט און עס זאל אויסקוקן ווי עס קומט פון די אנדערע אקאונטס.

7. קענסט דאס מאכן אויף פינף אקאונט. שטעל אן די קאלירן (אונטן ביי די לינקע זייט פון דיין אקאונט) וועלכע עס זאל ערשיינען ביי יעדע באזונדערע אקאונט.

און אט איז א פרישע מעסעדזש וואס איז אריינגעקומען צום נייעם אקאונט:

8. די אימעיל מעסעדזשעס פון אלע אקאונטס ווערן געטשעקט יעדע שטיק צייט, און דו קענסט זען ווען עס איז דאס לעצטע מאל געטון געווארן דורכן אריינגיין צו Settings – Accounts.

אויב דו ווילסט 'יעצט' באקומען די מעסעדזשעס, דרוק Check mail now.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: