וויאזוי זעט אויס Windows 7? – בילדער

27 05 2008

דורך:MetroTec

דער קומענדיגער ווערסיע פון ווינדאוס איז איינגעהילט אין א מיסטעריע, עס איז הכל מודים אז מייקראסאפט דארף ווי שנעלער פטור ווערן פון וויסטע, אבער זייער זעלבסטמארד סטראטעגיע פון אוועקנעמען די XP אפערעיטינג סיסטעם, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, און נאכדעם שרייען אין די גאסן אז "מיליאנען מענטשן איבער די וועלט נוצן שוין וויסטע", באאומרואיגט זייער שטארק די פיסי באניצער, אז מיט די נייע ווינדאוס 7 וועלן זיי אריינגיין מיט די נאז אין די וואנט.

נעכטן איז צעשפרייט געווארן אויפן אינטערנעט בילדער פון די נייע אפערעטינג סיסטעם, עס איז נישט קלאר צו עס איז אמת'דיג צו נאכגעמאכט. אבער ווידער צייגט דאס אז בלינדערהייט וועלן זיי נאכגיין עפל'ס שיינקייט, נישט וואוסענדיג אז דער סוד פון עפל איז דער פלאקסביליטעט פון זייער אפערעיטינג סיסטעם, די גרעפיקס איז בלויז א באונעס.

פון די אנדערע זייט הערשט עפעס א שטילקייט פון מייקראסאפט'ס זייט ווי קיינמאל בעפאר. יעדעס מאל בעפאר א נייע פראדוקט האט געדארפט ערשיינען, האבן זיי שוין מודיע געווען דערויף א פינף יאר פארדעם. אנדערש ווי עפל וועלכע זאגט נישט קיין ווארט ביז די לעצטע מינוט. עס איז אומקלאר צו דא ווילן זיי פראבירן דעם נייעם סטראטעגיע פון עפל, צו אנציען דעם עולם, און אזוי זיך שאפן א גרעסערע רעפוטאציע.

דער בלאגער לאנג זהענג טענה'ט אבער אז אין די נאנטע טעג וועלן זיך ביל געיטס און סטיוו באלמער ארויסשטעלן ביים D6: All Things Digital Conference קאנפערענץ פונעם וואל סטריט דזשורנאל און רעדן קלארע ווערטער איבער די נייע סיסטעם.

דא קען מען זען 17 סקרינשאטס פון די נייע אפערעיטינס סיסטעם.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: