פייערפאקס טיפ: נישט נאר com. נאר אויך אנדערע

26 05 2008

דורך:מארק123

ווען דו לייגסט אריין א ווארט אין די פייערפאקס אדרעס באר, און דערנאך דרוקסטו Ctr + Enter, (אדער קאממענד שיפט אויף א מעק) וועט דער פייערפאקסט בראוזער אליינס וויסן צוצולייגן די איבעריגע כזיתים, די גאנצע פשעטל פון די דאבעליו דאבעליו דאבעליו – עיטש טי טי פי, און נאך די ווארט א דאט קאם. אדער פאר .ORG קען מען דרוקן Ctr+Shift+Enter.

דאס איז א דבר פשוט, וואס איך גלייב נישט אז איינער האט נישט געוואוסט… עס איז איינע פון מיינע פעוואריט פונקציעס.

אלזא וואס טוט זיך אז איך גיי אסאך אריין צו ישראל'ישע וועבסייטס מיט די ציוניסטישע .co.il קאמבאנאציע צום סוף פונעם אדרעס? און אויב נוץ איך אסאך אזאלכע url'ס איז דאך זיכער אז איך וועל נישט דולדן קיין דיסקרימינאציע, און פארלאנגן א זאפארטיגע עקסטשענדש צו די Ctr+enter פונקציע…

טייפ אריין אין די אדרעס באר די ווארט

About:Config

און דרוק ענטער.

אויבן ביי פילטער לייג אריין די ווארט

browser.fixup

אזויווי די בילד דא

browser.fixup.alternate.prefix איז געמאכט געווארן פאר די ווערטער בעפאר די URL.

browser.fixup.alternate.suffix איז פאר די סאפיקס נאך די URL. און דא קענסטו טוישן די דיפאולט.

אויך איז פארהאן א עדד-אן פאר פייערפאקס מיטן נאמען URL Suffix Extension.

דארט גייט צו די זאך אסאך גרינגער. דא איז דאס בילד.

מען קען עס דאונלאודען פון דא.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: