עפל איז שוין צו גליטשיג

26 05 2008

דורך:MetroTec

מתחילה קא סבר… אריינגייענדיג אינעם עפל סטאר אויף פיפט עוועניו אין מאנהעטן, האב איך אייביג געמיינט אז דער אויג פארכאפענדע עפל סטיל, גליטשיג, גלאנציג, דורכזיכטיג און שיינעדיג איז גאר א מעלה. און אזוי שטעלן זיי דאך אויס אלע זייערע פראדוקטן, פונעם איי מעק ביזן איי פאון.

יעצט ווער איך געוואויר אז די גאנצע "איי" גליטשיגקייט איז שוין גארנישט אזוי איי איי איי.

נעמליך, דער אייפאון פאלט ארויס פון די הענט צוליב איר גליטשיגקייט. עס גליטשט זיך. זעט אויס אז צופיל גוטס איז אויך נישט גוט.

איז די פירמע מאובעל ברענדע אויפגעקומען מיט א נייע פראדוקט, א געוויסע ראבער וועלכע מען לייגט ארויף אין בעק פונעם אייפאון, און עס מאכט עס זיך האלטן גלייך, די הענט וועלן נישט שוויצן, און עס וועט נישט אראפפאלן.

און געס וואט! דער עפל לאגא האבן זיי געלאזט אפען, א שיינע רינדעכיגע לאך! שעיק הענטס!

פרייז: 10.50

מודעות פרסומת

פעולות

Information

One response

27 05 2008
benziv

איך האב געהאט א שמייכל אויפן פנים, וייל איך האב געלאינט דייענע ווערטער. איך מוז זאגען אז איך חולם נישט אז מען קען רעדען אידיש אונד דערצאילן א געשיכטע אויף קלאינע מאשינקעס: אזעלעכע אדער אנדערע.
אידיש לעבט!

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: