10 טיפ'ס צו סעיווען קאר געז

25 05 2008

דורך:מארק123

(דער ארטיקל האלט יעצט ביי 813 דיג'ס אויף דיג.קאם)

1. לעש אויס דעם מאטאר אויב דו גייסט נישט זיין אקטיוו פאר מער פון 30 סעקונדען. מיליאנאן גאלאנען געז גייען לאיבוד טעגליך פון נישט זיין אקטיוו.

2. טשארדזש דיין עיר פילטער יעדע 10,000 מייל. גענוי ווי א מאראטן לויפער, דארף דיין קאר שעפן לופט אן קיין אפהאלט.

3. אינסטאליר א ריעל-טיים fuel consumption meter אויב דיין קאר האט עס נאכנישט. אזוי קענסטו זען וואס דו טוסט בשעת'ן דרייוון, און מאכן די ריכטיגע עדזשאסטמענטס צו סעיווען געז.

4. פאמפ ארויף די רעדלעך. א העכערע רעדל פרעשאור מאכט אז מען זאל זיך קענען גרינגער ראולען, און דיין מיילעדזש וועט דאס באשטעטיגן. זעלבסטפארשטענדליך נישט צו הויעך, אבער "עטוואס" מער פון די רעקאמענדירטע פרעשאור פון דיין קאר און רעדל פירמע. געדענק, זיי ווילן נישט דו זאלסט האבן גוטע מיילעדזש.

5. מאך צו דיין עירקאנדישן, אבער בלויז אין פאמעליכע טראפיק. ווען דו פארסט געהעריג לוינט זיך נישט צוצומאכן די עיר קאנדישן און זיך שפארן דורך א אפענע פענסטער, ווייל דער אפענער פענסטער וועט פראדוצירן א 'צוג' וועלכע וועט צעווארפן אלע דיינע סעיווינגס וואס דו האסט געוואלט מיטן אויסלעשן דיין עירקאנדישן.

6. רעדוציר די וואג פון דיין קאר. נעם ארויס אלע אומוויכטיגע זאכן פון דיין טראנק און אינעווייניג פון דיין קאר. וואג ציעט אסאך געז, און ווי ווייניגער דיין קאר וועגט, וועט עס ציען ווייניגער געז. האלט דיין spare tire און די דזשעק, אבער אלע איבעריגע זאכן נעם ארויס. און אויב וועסטו נישט דארפן די בעק-סיעט א לאנגע צייט נעם עס אויך ארויס. "קארבען פייווער" חלקים, ווי די טראנק אדער די "הוד" פון די קאר, קענען זיין זייער גוט פאר דעם צוועק, אפילו עס קאסט טייערער.

7. האלט נישט דיין געז טאנק פיל אייביג. געדענק ווען עס איז פיל וועגט דיין קאר מער, און דו מוזט טון אלעס וואס מעגליך אז דיין קאר זאל וועגן ווייניגער.

8. "וואקס" (wax) דיין קאר און האלט עס ריין. דער דרויסענדיגער חלק פון די קאר מוז זיין גלאנציג און ריין אז עס זאל זיך קענען גליטשן איידל מיט די ווינטן. דאס רעדוצירט דראסטיש די fuel economy – די געז וואס עס פארלאנגט זיך צו פארנוצען. פאר די זעלבע אורזאך לייג נישט גארנישט אויפן דאך, און האלט דער דאך פענסטער פארמאכט.

9. דרייוו נישט קיין סאך מיט א קאלטע מאטאר. א קאלטע מאטאר לויפט נישט געשמירט. נוץ א block heater אויב דו מאכסט אסאך קליינע טריפס. אויב קענסטו קאמבאנירן אלע טריפס צו איינס וועט עס זיכער אויפטון.

10 נוץ די "קרוס" cruise קאנטראל ווען עס איז נאר מעגליך. די קאר'ס מעגליכקייט אנצוהאלטן א קביעות'דיגע ספיד לימיט איז אסאך מער ווי דיין מעגליכקייט. ווען די קאר גייט נישט ארויף און אראפ ווערט געסעיוועט אסאך געז.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: