קיין לאנדאן דורכ'ן ברוקלין ברידזש

25 05 2008

דורך:MetroTec

א פרישע טערמין וועלכע וועט ווארשיינליך אסאך גענוצט ווערן אינעם טעכנאלאגישן וועלט, האט זיך געגרינדעט נארוואס אין אונזער שכינות, ביים ברוקלין ברידזש. חז'ר דיך גוט איין די ווארט: "טעלעקטראסקאפ", און עס פארמאגט שוין אפילו אן ארטיקל אינעם ענגליש וויקיפעדיע: Telectroscope

עס רעדט זיך פון א מאשין וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן ביים ברוקלין ברידזש -צום 125'סטן יארטאג פייערונג- וועלכע ערלויבט צו קענען קוקן אינטערנעטיש צו א צווייטע אזא מאשין וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין לאנדאן, מען קען זען ביידע זייטן פונעם אקעאן, ווען דארט איז טונקל און דא ליכטיג, און מענטשן טרעפן זיך און באגריסן  זיך לעבעדיג.

עס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א בריטישער מאן וועלכע האט אייביג גע'חלומ'ט צו מאכן א לאך אינעם כדור הארץ פון איין עק וועלט צום צווייטן, ער אנערקענט אליין אז "מען מוז זיין משוגע" צו טראכטן אזוי, און נישט יעדער קען עס טראכטן, און זיכער נישט אויספירן, אבער ער יא.

צום וואונדער איז נארוואס ארויפגעשווימען אז זיין זיידע האט אויך אמאל גע'חלומ'ט פון אויפשטעלן א טונעל פון לאנדאן קיין ניו יארק (יעדער זאל מיטזאגן דריי מאל: אני מאמין באמונה שלימה…).

דער מאשין האט זיך געעפנט אין אן אינטערסאנטן צעראמאניע ווען א ניו יארקער פאליציי מאן מיט א לאנדאנדער האבן זיך געטראפן און כמעט געגעבן די האנט, און געזאגט העלאו איינער פארן צווייטן. יעצט ווערט עס באנוצט אויך דורך סתם מענטשן וועלכע באשלוסן זיך צו טרעפן און זען דאס ערשטע מאל.

מיר וואלטן פארגעשלאגן פאר'ן אור ישראל קומענדיגע חודש א לאנגע בירור צו מען קען דארט יוצא זיין דעם אסור לקדש אשה עד שיראנה, און דארט ברעכן טעלער און מאכן א לחיים במעמד כל המחותנים…

דער טעלעקטראסקאפ וועט זיין אפען 24 שעה א טאג פאר באזוכער, ביז יוני 15.

לינק.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: