עס שטייט גלייך? ניין, און יעצט?

25 05 2008

דורך:MetroTec

איך בין מודה אז מיינע הענט ציטערן ווען איך וויל עפעס אויפהענגן אויפן וואנט. זאל איך אינוועסטירן וויפיל כוחות איך וויל, אויב איז עס נישט גלייך וועט מיין ווייב נישט זיין צופרידן דערפון.

נו? וויאזוי האבן אונזערע זיידעס געטון? מען גייט צוויי פיס אוועק, מען מאכט צו די רעכטע אויגן, מען דרייט די קאפ צו די לינקע זייט, מען פרעגט דעם קליינעם משה'לע- וואס האט שוין דרך אגב געגעבן זיין דעה א חודש צוריק וועלכע ס'איז די גרעסערע העלפט ביי יחץ – און אז יעדער באשטייט ווערט דער סטאטוס פונעם פיקטשער פרעים באשטימט אויף "גלייך".

דער געטרייע קאמפאני Black & Decker האט זיך מער נישט געקענט צוקוקען צו מיין ווייטאג, און ארויסגעגעבן א פראדוקט צו לעזן דעם פראבלעם.

דער BDL310S Projected Crossfire מאשין, ווייסט ארויפצולייגן צוויי לעיזאר ליניעס אויפן וואנט, איינס האריזענטאל און איינס ווערטיקאל, און מען קען רוקן די ליניעס רעכטס און לינקס און עס מכווין זיין גענוי וואו מען וויל.

אפגעזען וואו דו שטעלסט אוועק דעם מאשין וועט ער זיך שטעלן גלייך און ארויפמאלעווען גאר גלייכע און פונקטליכע ליניעס אויפן וואנט. יעצט ווען דיין עקרת הבית וועט טענה'ן אז די ברכת הבית הענגט נישט גלייך, ביסטו שוין נישט שולדיג. אמת?

פרייז: 85 דאלער

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: