מייקראסאפט: אז נישט מיט בייזן דאן מיט גוטן

25 05 2008

דורך: MetroTec

מיסטער ביל געיטס, מייקראסאפט גרונדער און דער דריטער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט, איז אויפגעקומען מיט א פרישע המצאה וויאזוי צוצושלעפן מענטשן צו זיין סורטש ענדזשען וואס דארף קאמפעטירן מיט גוגל המקורי, און דאס איז דורך צוריקגעבן געלט פאר פראדוקטן וועלכע ווערן געקויפט נאכדעם וואס מען געפונט עס אויף מייקראסאפט live.com, דער פראגראם ווערט אנגערופן Live Search Cashback.

געיטס, וועלכע האלט נאך א אומסוקסעפולער קאמפיין פון איינעמען יאהו און אנדערע פירמעס, רוהט נישט איין און זאגט קלאר אז דאס קומט אוועקנעמען באניצער פון אנדערע סורטש ענדזשענ'ס, "אזויווי גוגל", און העכערן די פארדינסטן פון מייקראסאפט… האַטשו!

די געלט וועלכע מען וועט צוריקבאקומען וועט זיך ווענדן אין וועלכע געשעפט מען האט עס געקויפט, און וואס מען האט געקויפט, אבער אין דורכשניטלעך קען עס גרייכן צו א מאקסימום פון 5%!.

מייקראסאפט סורטש שטייט שוין די לעצטע צוויי יאר אין אמעריקא ביי 9.1 פראצענט באניצער און וויל זיך נישט רירן, אינדערצייט וואס גוגל שטייט ביי 56.1% פאראיאר, און האט זיך געהעכערט צו 61.6 היי יאר.

דער פראגראם איז שוין אין פולן שוואונג, און איינער וועלכע האט רחמנות אויף זיין געלט אדער אויף ביל געיטס קען עס שוין פרובירן. זוכט אויף א פראדוקט און איידער איר וועט אריינגעפירט ווערן צום פירמע'ס וועבזייטל וועסטו אויספילן דיין אימעיל אדרעס אוואו מייקראסאפט זאל זיך פארבינדן צו צוריקשיקן די געלט.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: