טאררענט'ס ווי קיינמאל בעפאר

25 05 2008

דורך:מארק123

וואס 'טאררענט'ס' מיינט איז מעגליך איבעריג צו באשרייבן, אין קורצן, א טאררענט איז א וועג צו מיטטיילן קמאפיוטער פיילס, מערסטנגס אומלעגאלע, מיט אנדערע. די טעכנעלאגיע פון א טאררענט ארבעט אז מען מוז האבן א פראגרעם וועלכע קען איבערטייטשן דעם טאררענט און ווייסט וויאזוי צו דאונלאודען דעם פייל וועלכע דער טאררענט שטעלט מיט זיך פאר, און שלעפן צו זיך די פייל פון דער מזכה את הרבים וועלכע האט דעם פייל אויף זיין קאמפיוטער. פארשטייט זיך אז דער טאררענט זעלבסט דארף מען דאונלאודען פונעם אינטערנעט, און הערשט דערנאך געבט מען איבער פארן פראגרעם (קליענט) דעם קאנטראל דערויף.

אין די לעצטע צייט הערט זיך נישט אויף די שטראם פון טאררענט וועבזייטלעך וועלכע די געזעצן פארסירער קומען אויף זייערע שפירן, און עס שפארט זיך אפ איינס נאכן צווייטן. אזש ביזן אפשפארן דעם פאפולערע אזוי-באקאנטע http://www.demonoid.com/ וועבזייטל. (אבער ענדליך איז עס שוין צוריק אפען אונטער א צווייטער אדמיניסטראטור).

ויהי היום… האבן סטודענטן באשלאסן אז עס מוז נעמען אן עק צו די אלע צרות, מען גייט מאכן אן אויפשטאנד…

זאל די עף בי איי צושפארן אלע טאררענט וועבסייטס, וועט עס גארנישט אויפטון. א נייע פלאגאין צום Azureus קליענט, וועט ערלויבן צו זוכן טאררענטס אויף די אלע קאמפיוטערס וועלכע זענען קאנעקטעד צו איר… א דורכברוך!

לינק: http://www.cs.cornell.edu/~bwong/cubit/

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: