8 טיפ'ס ווען דו גייסט אין גראסערי

23 05 2008

דורך:מארק123

א ליסטע וועלכע האט באקומען א הויכע רעיטינג אין דיג.קאם, געטוישט איינצלהייטן.

1. מאך א ליסטע

בעפאר דו הייבסט אן צו איינקויפן שרייב אראפ וואס דו דארפסט — צו רעדוצירן די אויסזיכטן אז דו זאלסט קויפן וואס דו דארפט נישט.

2. באגרעניץ דיינע טריפס

מאך דיין ליסטע לאנג אז דו זאלסט נישט דארפן צופיל פארן צום געשעפט, בלויז איין צוויי מאל א וואך.

3. נישט איינקויפן אויף א ליידע מאגן!

ווען דו ביסט הונגעריג, וועסטו קויפן טייערערע פעטע און מער רייכערע עסן.

4. גיי נאך די ווענט.

זוך דירעקט ביי די עקן פונעם געשעפט, וואו דו וועסט טרעפן דאס פרישסטע, געזונטסטע עסן (וואס דאס פארלאנט זיך נישט אז די גראסעריס זאלן דאס לייגן ביי אויג-כאפענדע פלעצער, ווייל מען קויפט עס סייווי). גיי אריין אין די הערליכע דעקארירטע 'איילס' בלויז ווען דו ווייסט וואס דו דארפסט פון דארט.

5. האלט א אויג אויף פארציעס

קוק אויף די "נאטרישען פעקטס" אויפן פעקל, ווי גרויס די סערווינג סייז איז.

6. איגנאריר די בילדער און די אויסזען

די ריכטיגע וועג צו קוקן אויף א עסן ווי גוט דאס איז איז בלויז דורך די נאטרישן פעקטס. נישט ווי שיין די "קלאוס-אפ" בילד אויף די באקס איז, און נישט ווי אראנדזש די 'חריף' צייגט (וואס עס קען מיינען בלויז אז עס ליגט שיינע קאלערינג).

7. אבזערוויר דעם שפראך

ווען דו ווילסט קויפן זאכן מיט ווייניגער צוקער, א גוטע נאש פאר די קינדער וועלכע וועט זיי נישט אזוי אויפשפילן (הייפערט), קוק בלויז אויפן לעביל ביי די Sugars פאקטארן, אפילו עס שטייט "no sugar added" מיינט עס גארנישט, ווייל נאטורליכע צוקער האט כמעט די זעלבע אויסווירקונג.

8. האלט דיין אויג אויפן קעשער

דו ווארטסט אין די ליניע צו באצאלן, און דו האסט נישט וואס צו טון. סופערמארקעטס ווייסן גאר גוט וויאזוי דאס אויסצונוצן לטובתם, און דוקא דארט ווען דו האסט נישט וואס צו טון וועט דיין אויג פאלן אויף רייצענדע נאשערייען און עסן וועלכע זענען ספעציעל געלייגט געווארן גענוי וואו איר גייט קוקן. האלט אפאר זאכן פון דיין בעסקיט אין דיינע הענט, דאס וועט פסיכאלאגיש דיר צוריקהאלטן אז דער מח זאל איבערנעמען קאנטראל אויף דיר.

.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: