פריש: גוגל פאר בילדער

23 05 2008

דורך:מארק123

נישט ממש גוגל, אבער א דורכברוך איינס אין די וועלט.

זעסט א בילד און דו ווייסט נישט פון וואו עס קומט, דו ווילסט אויפזוכן אזא ענליכע בילד אויף די לענג און די ברייט פונעם אינטערנעט?

לייג ארויף דעם בילד אויף TinEye און ער וועט דיר טרעפן דער זעלבער בילד אויפן אינטערנעט!

עס איז נאך אין א "בעטא" ווערסיע, און עס פארלאנגט אז דו זאלסט אן אינוויטאציע עס צו קענען נוצן. לייג אריין דיין אימעיל אדרעס דארט, און זיי וועלן דיר שיקן אן אינוויטאציע.

דער סורטש ענדזשען ארבייט זייער פארזיכטיג, ער קוקט נאך די פונקטליכע פיקסלס פונעם בילד וועלכע ווערט ארויפגעלייגט און אין סעקונדן טרעפט ער אויב עס עקזיסטירט נאך אזא בילד.

איך – דער שרייבער פון די שורות – איז שוין באשטעטיגט, דער איינציגסטער פראבלעם דערווייל איז אז זיי האבן קאנטראסטיש פיל ווייניגער סייטס אויף זייער מאשין ווי גוגל. איך האב גענומען א בילד וועלכע עקזיסטירט זיכער אויף צוויי פלעצער אויפן אינטערנעט, וועלכע איז יא אויף גוגל סורטש ענדזשען, אבער נישט אויף זייער. בילדער אויף מער באקאנטערע סייטס, ווי וויקיפעדיע, האבן זיי וואונדערליך געפונען ממש דאס וואס איך האב געבעטן.

זייער סייט ליסטע פארגרעסערט זיך אבער, און אויב וועלן זיי מצליח זיין צו אנקומען צו גוגל'ס ליסטע, וועט עס זיין א דבר השלם.

לינק: TinEye

הוספה (פון MetroTec): אכטונג, דער לינק ענהאלט א פרוי'ס רעפרעזענטאציע.

מודעות פרסומת

פעולות

Information

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: