מייקראסאפט און די אונגארישע אייער ווארפערס

23 05 2008

דורך: MetroTec

סטיוו באלמער, דער טשיף עקזעקיוטיוו אפיציער פון מייקראסאפט, האט זיך די וואך געפונען אין צוויי פלעצער, אין מדינת ישראל, און אין אונגארן.

אין אונגארן האט ער זיך אביסל באקענט מיט די אונגארישע קענטעניסן פון ווארפן אייער. אינמיטן א דרשה אינעם בודאפעסט יוניווערסיטעט, האט ער געכאפט איינס און אזאלעכס פון א אויפגערעגטער מאן וועלכע איז געווען מלא טענות היתכן ער צוברעכט דער אונגארישער עקאנאמיע.

מיר ברענגען דא צוויי ווידיאוס פון צוויי פרעספעקטיוון פונעם סצענע.

און דאס צווייטע

דער בחור איז ארויסגעטראגן געווארן שיינערהייט פונעם זאל, און סטיוו האט אבער נישט געכאפט קיין איין אייער.

דאס איז געווען די וואך דינסטאג.

יעצט איז די פרעסע פארנומען מיט די קאמענטארן פון באלמער אויפן אינצידענט, באלמער זאגט פאר רויטערס נייעס אגענטור:

איך האב געמיינט עס איז א וויץ… מעגליך א געוויסע שפיל, עפעס א טאיאטער פונעם יוניווערסטי. דאן האב איך געהערט א קול — באהם! איך האב געקוקט אויפן בארד אונטער מיר און געזאגט 'או אה, איך האב א פראבלעם'…

איך האב געטראכט 'איך דארף האלטן מיין סוט ריין' דעריבער האב איך זיך באהאלטן אונטערן טיש, איך האב מיך געזארגט, אייער קען מען נישט אזוי גרינג אפרייניגן…

חנוך לנער עפ"י דרכו, די אונגארישע מייקראסאפט וועט נאר פארשטיין די אונגארישע שפראך.

און אז מען פארשטייט נישט אויפן רמז וועל איך מוזן זאגן אפען, אז דער סטיוו באלמער באזיצט נישט קיין צווייטער קאמפיוטער ווי דער 'מעק', זיין גרעסטע קאמפעטישן.

האבן מיר מעקעלעך מצליח געווען אים צו מאכן זאגן "איי לאוו מיי מעק"…

נאט אייך

(קוקט צום סוף)

מודעות פרסומת

פעולות

Information

One response

23 05 2008
סטעיק

חא חא חא, מיט מייקראסאפט אונגארישקייט וועלן זיי כאפן פופציג יאר שפעטער אז עפל האט ארויסגעגעבן א פראדוקט וועלכע זיי דארפן נאכמאכן, יעצט האט סטיוו באקומען אביסל פון "בעריש באטשי'ס" שטעקן

להשאיר תגובה

הזינו את פרטיכם בטופס, או לחצו על אחד מהאייקונים כדי להשתמש בחשבון קיים:

הלוגו של WordPress.com

אתה מגיב באמצעות חשבון WordPress.com שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Twitter

אתה מגיב באמצעות חשבון Twitter שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת Facebook

אתה מגיב באמצעות חשבון Facebook שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

תמונת גוגל פלוס

אתה מגיב באמצעות חשבון Google+ שלך. לצאת מהמערכת / לשנות )

מתחבר ל-%s




%d בלוגרים אהבו את זה: