וויאזוי זעט אויס Windows 7? – בילדער

27 05 2008

דורך:MetroTec

דער קומענדיגער ווערסיע פון ווינדאוס איז איינגעהילט אין א מיסטעריע, עס איז הכל מודים אז מייקראסאפט דארף ווי שנעלער פטור ווערן פון וויסטע, אבער זייער זעלבסטמארד סטראטעגיע פון אוועקנעמען די XP אפערעיטינג סיסטעם, כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, און נאכדעם שרייען אין די גאסן אז "מיליאנען מענטשן איבער די וועלט נוצן שוין וויסטע", באאומרואיגט זייער שטארק די פיסי באניצער, אז מיט די נייע ווינדאוס 7 וועלן זיי אריינגיין מיט די נאז אין די וואנט. לקרוא את ההמשך »





נייע סעקיורעטי פאטענט: פאלשע TV

27 05 2008

דורך:מארק123

בעפאר די קאנטרי סעזאן איז דאס א דבר בעתו (אדער אפשר נישט משום מראית העין?), פאר די וועלכע ווילן נישט מאיזה סיבה שהוא אפען לאזן די לעקטערס אינעם שטאטישן הויז מיטן ציל צו דערווייטערן גנבים.

א פרישע המצאה קעגן גנבים איז א פראדוקט מיטן נאמען FakeTv "פאלשע טעלעוויזשען".

לקרוא את ההמשך »





קאמפיוטער דעסק אין פולן זין פון ווארט

26 05 2008

פון:MetroTec

ניין, עס איז נאכנישט אויפן מארקעט. עס איז א הערליך דעזיינטע ארטיסטישע אפיס טישל, דער פאבריצירער טענה'ט אז ער האט עס דעזיינט פאר "מעק", אבער מען וועט עס קענען אויסארבעטן פאר פיסי אויך.

דער טישל איז בעצם דער גאנצער קאמפיוטער, מיט אלע קעיבלס אריינגעבויעט, און וועט העלפן האלטן דעם אפיס שפאגל ריין.

לינק





א סטעפ ווייטער ווי א קניפ אין די פיאות

26 05 2008

דורך:מארק123

ש'מער ש'ווייניגער, פון היינט און ווייטער א "טו דו ליסטע" אויף דיין האנט פלאך! ווי דער נאמען פונעם פראדוקט זאגט: TodoTattoo (כתובת קעקע הייסט Tattoo).

לקרוא את ההמשך »





עפל איז שוין צו גליטשיג

26 05 2008

דורך:MetroTec

מתחילה קא סבר… אריינגייענדיג אינעם עפל סטאר אויף פיפט עוועניו אין מאנהעטן, האב איך אייביג געמיינט אז דער אויג פארכאפענדע עפל סטיל, גליטשיג, גלאנציג, דורכזיכטיג און שיינעדיג איז גאר א מעלה. און אזוי שטעלן זיי דאך אויס אלע זייערע פראדוקטן, פונעם איי מעק ביזן איי פאון.

יעצט ווער איך געוואויר אז די גאנצע "איי" גליטשיגקייט איז שוין גארנישט אזוי איי איי איי.

לקרוא את ההמשך »





אמעריקאנע טייערסטע הייזער

26 05 2008

דורך:מארק123

א ליסטע פון די אמעריקאנער טייערסטע הייזער. באגלייט מיט בילדער.

לינק





100 דאלערדיגע סטענד פאר אן אייפאון

26 05 2008

דורך:MetroTec

אלץ א מעק יוזער מוז איך מודה זיין אז דער אייפאון סטראטעגיע איז מיר לכתחלה נישט געפאלן, איבערהויפט ווען דער געערטער סטיוו דזשאבס האט אזוי ביליג אראפגעלאזט דעם פרייז פונעם אייפאון אויף מער ווי העלפט, א טאקטיק וועלכע פאסט פאר זיין קאמפעטישן ביל געיטס. במקום עשירות אין עניות. בקיצור, איך בין געווען אנטוישט, מילד גערעדט.

זעט אויס אז נאך מענטשן האבן דאס נישט אויסגעהאלטן…

לקרוא את ההמשך »





Samsung אנאנסירט מוראדיג שנעלע 256GB SSD

26 05 2008

דורך:MetroTec

לינק





פייערפאקס טיפ: נישט נאר com. נאר אויך אנדערע

26 05 2008

דורך:מארק123

ווען דו לייגסט אריין א ווארט אין די פייערפאקס אדרעס באר, און דערנאך דרוקסטו Ctr + Enter, (אדער קאממענד שיפט אויף א מעק) וועט דער פייערפאקסט בראוזער אליינס וויסן צוצולייגן די איבעריגע כזיתים, די גאנצע פשעטל פון די דאבעליו דאבעליו דאבעליו – עיטש טי טי פי, און נאך די ווארט א דאט קאם. אדער פאר .ORG קען מען דרוקן Ctr+Shift+Enter.

דאס איז א דבר פשוט, וואס איך גלייב נישט אז איינער האט נישט געוואוסט… עס איז איינע פון מיינע פעוואריט פונקציעס.

לקרוא את ההמשך »





עס שטייט גלייך? ניין, און יעצט?

25 05 2008

דורך:MetroTec

איך בין מודה אז מיינע הענט ציטערן ווען איך וויל עפעס אויפהענגן אויפן וואנט. זאל איך אינוועסטירן וויפיל כוחות איך וויל, אויב איז עס נישט גלייך וועט מיין ווייב נישט זיין צופרידן דערפון.

נו? וויאזוי האבן אונזערע זיידעס געטון? מען גייט צוויי פיס אוועק, מען מאכט צו די רעכטע אויגן, מען דרייט די קאפ צו די לינקע זייט, מען פרעגט דעם קליינעם משה'לע- וואס האט שוין דרך אגב געגעבן זיין דעה א חודש צוריק וועלכע ס'איז די גרעסערע העלפט ביי יחץ – און אז יעדער באשטייט ווערט דער סטאטוס פונעם פיקטשער פרעים באשטימט אויף "גלייך".

לקרוא את ההמשך »