"גם אתה יכול": קומט שרייבן! – Furshrit@gmail.com

29 05 2008

דורך:MetroTec

פאר די וואס גלייכן טעכנעלאגיע און פארשריט, איז פשוט א געשמאק און הנאה צו האבן אזא צענטראלע באזע אין מאמע לשון. אבער ווען דו וואלסט געוואוסט ווי גרינג עס איז זיך אויסצוגעבן פון דיין זייט וואלסטו זיכער נישט פארפאסט דעם געלעגנהייט, און ארויסגעברענגט דיינע "פארשריט" נייעס, דעות און השקפות איבער די שפאלטענעס פון דעם בלאג.

עס איז ממש גארנישט, און עס איז בעצם ווי שרייבן אין סיי וועלכע פארום אינעם אינטערנעט. בעט א רשות כתיבה אין furshrit@gmail.com, און דו וועסט קענען אליינס צולייגן זאכן צום בלאג, אן קיין התחייבות, און אנדעם וואס מיר זאלן עס דארפן עפרואווען. (פארשריט אקצעפירט אויך קעגנזייטיגע דעות אויף א הויכן ניווא).

און צו דיר ליינער וועלכע טראכט עפעס בשעת'ן ליינען א פאוסט, אטא דער "עפעס" וואלט געווען אינטערסאנט פאר אנדערע צו זען, לאז א קאמענט אויף סיי וועלכע פאוסט, און סיי וואס דו טראכסט, און עס איז גאראנטירט אז עס וועט 'יא' פאראינטערסירן פאר אנדערע דיינע קווענקלענישן. און אויב האסטו נישט וואס צו שרייבן, וועלן מיר נישט בעטן קיין גרייצער עקסטער ווען דו שרייבסט א טרוקענער יישר כח אויף די אינטערסאנטקייט פונעם פאוסט.





אייפאון באניצער, טייט סיט בעלטס…

29 05 2008

דורך:MetroTec

ארויסגערינענע בילדער פונעם 3G אייפאון

לינק





אין עונשים אא"כ מזהירין: שטייטס אוועק פונעם ווייסן הויז!

29 05 2008

דורך:מארק123

דער ארגינעלער וועבסייט פונעם ווייסן הויז איז www.whitehouse.gov, זענען אבער די כת המתנגדים אויפגעקומען מיט א איידיע וויאזוי איינמאל פאר אלעמאל ווייזן פאר די ווייסע הויז באזוכער אז זיי זאלן שטיין ווייט דערפון.

לקרוא את ההמשך »





פייערפאקס? לאמיר אריינגיין אינעם גינעס וועלט רעקארד בוך!

29 05 2008

דורך:מארק123

אויב ביסטו א פייערפאקס באניצער וועסטו מן הסתם וועלן צוהעלפן צום אויסנאמליכן פראיעקט, נעמליך אריינצוברענגען דעם פייערפאקס קאמיונעטי אינעם גינעס וועלט רעקארד בוך, אלץ דער מערסטער דאונלאודס אויף א פראגרעם אין 24 שעה.

דער טאג ווען פייערפאקס 3 וועט באפרייט ווערן, וועלן טויזענטער, און אפשר מיליאנען מענטשן דאונלאודן דעם נייעם ווערסיע, און דערמיט ברעכן א רעקארד, און האפענטליך זיך רעזערווירן א גינסטיגע פאזיציע אינעם גינעס בוך, דער קרעדיט וועט גיין פאר די "פייערפאקס קאמיונעטי".

"העלפט אונז ארויס אויספירן דעם געמיינזאמע פראיעקט"





גוגל ערטה אריין צום בראוזער

29 05 2008

דורך:מארק123

גוגל האט ארויסגעגעבן א פלאגין וואס וועט ערלויבן צו אינסטאלירן דעם פראגרעם גלייך אינעם סאפטוועיר, און מען וועט עס מער נישט דארפן אלץ א באזונדערע אפליקאציע. – דערווייל בלויז פאר ווינדאוס.

לינק





פנו מקום: לעפערד 10.5.3 אינדרויסן

28 05 2008

דורך:MetroTec

שישו ושמחו בשמחת רבינו.

ליינט מער איבערן יעצטיגן אפדעיט.





מייקראסאפט רעדט איבער ווינדאוס 7 מאלטי טאטש

28 05 2008

דורך:MetroTec

ביים וואל סטריט דזשורנאל קאנפערענץ האט סטיוו באלמר מגלה געווען דעם גרויסן געהיימעניס אז ווינדאוס 7 -וועלכע ערשפרעכט ארויסצוקומען סוף 2009 – וועט אויסגעשטעלט ווערן פאר מאלטי טאטש Multi-Touch סקרין, אנשטאט א מויז, און ענדליך צום אייפאון.

סטיוו האט אכטונג געגעבן אויף מייקראסאפט'ס כבוד זאגנדיג אז דער פרט איז בלויז א קלייניגקייט קעגן אלע פרישע אפציעס וועלכע וועלן צוקומען אין ווינדאוס 7.

לקרוא את ההמשך »





מער ווי איין ג'ימעיל אקאונט?

27 05 2008

דורך:MetroTec

א חבר קומט מיר דערציילן נעכטן מיט איין שמחה אז ענדליך וועט ער שוין קענען מענעדזשען זיינע פילע גימעיל אקאונטס, טרעפנדיג א נייע פייערפאקס עד-אן, ספעציעל געאייגנט צו קענען זען אלע אקאונטס אויפאמאל.

אסאך ווייסן נישט דערפון, אבער גוגל אליינס שטעלט צו אזא מעגליכקייט, מיט גאר אסאך געשמאקע אפציעס, און עס וועט נישט אנרירן דעם סטאטוס פון דיינע ביז יעצטיגע אקאונטס, דו וועסט ווייטער באקומען דארט געהעריג אימעיל. אבער גוגל שטעלט עס נאר ביז פינף אקאונטס. אט איז א איינפאכע טוטאריעל.

לקרוא את ההמשך »





א סוף צו די סאודע קענ'ס פראבלעם

27 05 2008

דורך:מארק123

סאודע קענ'ס זענען זייער א פראקטישע זאך פאר די פירמעס, אבער נישט פאר די קאסטומער.

1. די וועג וויאזוי מען דארף איינקנייטשן די מויל ביים טרינקן פון די שמאלע לאך און זיין פארזיכטיג אז דער אייזן וועלכע שטעקט זיך ארויס זאל נישט שעדיגן די גוף, און די נאז זאל בלייבן גאנץ פונעם עפענער וועלכע בלייבט באהאפטן.

לקרוא את ההמשך »





קומענדיגע פאטאשאפ ווערסיע אום אקטאובר

27 05 2008

דורך:MetroTec

די נייע קריעטיוו סוויט cs4, אבער וויאזוי עס ווערט אנגערופן CS Next וועט באפרייט ווערן קומענדיגן אקטאובער.

חוץ די פרישע פיטשערס וועלכע וועלן צוקומען דערצו, וועט עס אויך מאכן א געוואלדיגע דורכברוך אינעם עולם הסאפטוועיר, ווען עס וועט זיין פון די ערשטע פראגרעמס וועלכע וועלן זיך באנוצן מיט די GPU טעכנעלאגיע, וואס וועט מאכן דעם פראגרעם ראנען געוואלדיג שנעל.

לקרוא את ההמשך »