די היימישע צייטונגען שטעלן זיך שיין צו צום עקאנאמיע

22 05 2008

ארויסגייענדיג פונעם "פארשריט" ליניע, וועל איך דאסמאל יא מעלדן א 'ברעכעדיגע' נייעס. וואס וועט אנהאלטן מיט מער אימפעט צו 'צוברעכן' די טאש פון די נייגעריגע אידן יעדע דאנערשטאג פארמיטאג, ווען מען איז מקיים דעם הלכה אין שולחן ערוך אז 'דאנערשטאג ליינט מען'…

לויט קראנטע מקורות, אן קיין שום פאראנטווארטליכקייט, איז אין א אויסערארדענטליכע שריט באשלאסן געווארן צווישן די דריי היימיש-אידישע צייטונגען "איד, בלאט, צייטונג" (אקעי שרייטס נישט, לפי סדר הא"ב…) צו העכערן די פרייז פון די צייטונגען אינעם גאר נאנטן צוקונפט.

איך שפיר דאס אלץ א חלק פון די פארשריפט אין די וועלט פון פראגרעס וועלכע גרייכט אזש ביזן טיפן וויליאמסבורג, און קיינער זאל זיך נישט פראבירן ארויסצודרייען פונעם עקאנאמישן פארשריט [אויף אראפ].


אפשרויות

מידע

כתיבת תגובה